JPPS Children's CentreJPPS Elementary SchoolBialik High School
Get Adobe Flash Player
Federation CJA Beneficiary

Mission

ייִ.פֿ.פּ.ש./ביאַליק איז אַ ייִדישע שול געגרינדעט און באַזירט אױף אַ פּלוראַליסטישער װיזיע פֿון ייִדישער קאָנטינויִטעט. ייִ.פֿ.פּ.ש./ביאַליק איז איבערגעגעבן צו אַקאַדעמישער אױסגעצײכנטקײט. דער ציל פֿון אונדזער שולע איז צו באַשאַפֿן אַ מאָדעלע ייִדישע סבֿיבֿה װוּ אינדיװידן קענען באַקומען צוטרױ צו װערן פּראָדוקטיװע מענטשן אין די קװיבעקער,קאַנאַדער און גלאָבאַלע קהילות.

אונדזערע סטודענטן אַנטװיקלען אַ שטאַרקע ייִדישע אידענטיטעט דורך לערנען ייִדיש, העברעיִש און ייִדישע געשיכטע, און דורך זײערע איבערלעבונגען אין ייִדישע קולטור און טראַדיציעס. די שאַפֿונג פֿון מדינת ישׂראל איז אײנע פֿון די געשעענישן װאָס האָט פֿעסט געשטעלט ייִדישע געשיכטע. מיר אָנערקענען װערדע פֿון דער מדינה און איר נאַציאָנאַלע אינסטיטוטציעס, און מיר שטרעבן צו אַנטװיקלען אין אונדזערע סטודענטן אַ צוגעבונדנקײט פֿאַר זײער הצלחה.

דער ציל פֿון אונדזער שולע איז אַז די גראַדואַנטן זאָלן זײַן איבערגעגעבענע ייִדישע יונגע דערװאַקסענע װאָס זײַנען גרײט אָנצונעמען די אַרױספֿאָדערן און די פֿאַראַנטװאָרטלעכקײטן פֿון זײערע קומענדיקע באַמיִונגען.

Find JPPS-Bialik Alumni on Facebook